ר' שלמה ווייס בעקעריי איז א שם דבר אין וויליאמסבורג, זייענדיג די סאמע ערשטע כשר'ע בעקעריי אין וויליאמסבורג, געפענט ממש נאך די מלחמה דורך הרב החסיד ר' שלמה ווייס ע''ה.

בילד




פאר מיר הייבן אן צו באשרייבן די היסטאריע פון די בעקעריי, דארף מען קודם וויסן ווער ר' שלמה איז געווען. ר' שלמה איז געווען באקאנט אלס א גרויסע בעל צדקה ורודף חסד, און גאר א ערליכע יוד, ווי אדמו''ר מ'סאטמאר זי''ע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז ר' שלמה איז א אמת'דיגע ערליכע יוד. ר' שלמה קומט אריגינאל פון וויען, עסטרייך, ווי ער האט געוואוינט פאר די מלחמה. זיין טאטע האט שוין געהאט דעמאלט א בעקעריי אויף א גרויסע פארנעם, און ר' שלמה איז שוין דעמאלט געווען באקאנט אלס א איש חסד.

ער פלעגט פארטיילן פאר ארימע יודן און משפחות געבעקסן און גרויסע געלטער. זיין טאטע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים, ''אל הנער הזה התפללתי''. די גאלאנטער רב ז''ל האט געזאגט אויף אים, אז א העלפט פון די צדקה אין וויען, קומט פון ר' שלמה ווייס.

נאך די מלחמה איז ער קודם אנגעקומען קיין לאנדאן, און שפעטער קיין אמעריקע. דעמאלט האט ער געפענט די בעקעריי. עס איז שוין געווען דעמאלס בעקערייען וואס האבן זיך פארופן "כשר", אבער ליידער איז די כשרות געווען זייער שוואך דארט, אדער בכלל נישט. ער האט געפענט די ערשטע בעקעריי, וואס איז געפירט געווארן אויף די העכסטע סטאנדארט אין
כשרות. אבער אויך דא אין אמעריקע, האט ער נישט נאכגעלאזט פון זיינע מעשים צדקה וחסד. עס איז פארהאן צענדליגע אויב נישט הונדערטער מעשיות, ווי אזוי ער האט ארויס געהאלפן יודן נצרכים מיט עסן, וואס עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אפילו א קליינע חלק דערפון.

מיר וועלן אבער יא באשרייבן איין מעשה, וואס פון דעם קען אביסל מער זעהן די מהות פון אזא יוד. ער האט אמאל געגעבן פאר איינעם א גרויסע גארבעדזש בעג אנגעפיהלט מיט כל מיני פרישע געבעקסן, און ער האט אים עס געהייסן אריינלייגן אין א געוויסע מיסט קאסטן, און ער האט אים נישט געוואלט אנגעבן א סיבה פארוואס ער הייסט ארויסווארפן א גאנצע בעג מיט פרישע עסן. ארויסגעשטעלט האט זיך, אז עס פלעגט ארום גיין דעמאלט א ארימע צובראכענע יוד און ער פלעגט ארום גיין ארויסנעמען עסן פון די מיסט קאסטנס, און פארדעם האט ער עס געהייסן אריינווארפן אין מיסט קאסטן, ווייל ער האט אינזינען געהאט אז דער יוד זאל זיך קענען דערקוויקן מיט פיינע פרישע געבעקסן פון די בעקעריי.

די בעקעריי איז נישט ממש געווען א פלאץ פון ווי ער האט נאר געוואלט מאכן געלט, נאר א פלאץ פון צדקה וחסד. ער פלעגט אלץ פראבירן צו שטיצן נויטבאדערפטיגע אידן, אויף אלע ערליי וועגן וואס ער האט נאר געקענט. ווען ער פלעגט באמערקן א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן, פלעגט ער עס געבן בחינם און ער פלעגט צוריק געבן רעשט אז יענער זאל זיך נישט פארשעמען פון די אנדערע קאסטומערס.

די בעקעריי אמאל, פלעגט האבן א גרעסערע ליין פון זאכן ווי היינט. לאקשן וואס מען פארקויפט היינט נאר אין די גראסערי, פלעגט מען אליינס מאכן אין בעקעריי. אויך זופ מאנדלן פלעגט מען מאכן אין בעקעריי, ווי אויך פערפל איז געווען די פלאץ אין בעקעריי, אנדערש ווי היינט וואס עס איז פארהאן באזונדערע קאמפאניס פאר דעם, און מען פארקויפט
עס נאר אין גראסערי, און מען קען עס נישט טרעפן אין א בעקעריי היינט.

אמאל פלעגן טאקע אלע געשפעטן צומאכן פרי, זעקס אזייגער איז שוין יעדער געווען פארמאכט, אבער ר' שלמה ווייס איז געווען די איינציגסטע געשעפט וואס פלעגט צומאכן שפעטער ארום אכטע ניין, ווי יונגעלייט פלעגן אריבער קומען קויפן איבערבייס פארן אהיים גיין ביינאכט, ווי אויך פלעגט מען פארקויפן געטראנקען ווי אראנדזש דזשוס און מילך, וואס איז דעמאלסט געווען א חידוש פאר א בעקעריי, אנדערש ווי היינט וואס יעדע בעקעריי האט א ריזן פרידזשידער אנגעפילט מיט אלע געטראנקען. אמאל איז נישט געווען אזוי, געטראנקען איז געווען צום געפונען נאר אין גראסערי, אבער וויבאלד ער פלעגט פארשפארן שפעטער ווי די גראסערי איז געווען א פארלאנג דערפאר האט ער פארקויפט מילעך מיט אראנדזש דזשויס.

היינט איז א חמצ'דיגע בעקעריי א עקסטערע ליין פאר זיך, און פסחדיג פראדוקטן איז באזונדערע מסכתא פאר זיך, מיט באזונדערע קאמפאניס וואס זענען פארנומען א גאנץ יאר מיטן באקן אלע מיני געבעסקן פאר פסח. אבער אמאל ביי ר' שלמה ווייס בעקעריי פלעגט מען כשר'ן די בעקעריי און צודעקן די שעלווס א וואך פאר פסח, און מען האט פארקויפט אלע פסחדיג פראדוקטן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל