וואשינגטאן – געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי און געוועזענער עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מעקעיב, וואס טראמפ האט זיי ביידע ארויסגעשטופט פון זייערע פאזיציעס, זענען פריש אין די העדליינס. ערשטנס האט מען געהערט אז נאכדעם וואס טראמפ האט געווארפן קאומי, האט מעקעיב געשריבן א מעמא איבער דעם, און אט דער מעמא איז יעצט אין די הענט פון מוללער, וועלכער נוצט עס אין זיין אויספארשונג קעגן טראמפ. צווייטנס האט מען געהערט אז פעדעראלע אויספארשער האבן אינטערוויוט קאומי, אלס טייל פונעם אנגייענדיגן אויספארשונג קעגן מעקעיב, וועלכער ווערט באשולדיגט אין אויטאריזירן א ליעק פון קלאסיפייד אינפארמאציע צו די מידיא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל