סאוט דעקאטע – א שעריף אין סאוט דעקאטע איז געווען אזוי צעבראכן אז ער האט פארלוירן א פארמעסט, אז ער האט באלד נאכ'ן פארלירן געמאלדן אז ער ווארפט ארויס דעם דעפיוטי שעריף, וועלכער איז געלאפן קעגן אים און געווינען דעם פארמעסט. אין סאוט דעקאטע קען מען ארויסווארפן ארבעטער אן דעם וואס מ'דארף אנגעבן א גוטע סיבה, און דאס האט פאסירט אין דער שטאט טינדאל, וואו דער שעריף לעני גרעמקאו האט ארויסגעווארפן דעפיוטי שעריף מארק מעגס, גענוי 60 סעקונדעס נאכ'ן געוואויר ווערן אז ער האט פארלוירן די פריימערי. מעגס וועט טאקע אין יאנואר ווערן דער נייער שעריף, אבער דערווייל האט ער נישט קיין דזשאב, בלויז ווייל גרעמקאו האט נישט געוואוסט וויאזוי אראפצושלינגען זיין פארלוסט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל