וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס דירעקטאר פון דער פעדעראלער ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור, סקאט פרואיט, שטייט אויס פרישע דרוק צו רעזיגנירן, נאך א סעריע נייע אויפדעקונגען קעגן אים. די נייע אויפדעקונגען לויטן, אז פרואיט האט גענוצט זיין סקעדזשועל דירעקטאר, מילאן האפ, אלס פריוואטער משרת. צווישן אנדערן האט פרואיט געבעטן פון האפ, אז זי זאל טעלעפאנירן צום טראמפ האטעל אין וואשינגטאן, און זיי אנפרעגן פאר וויפיל געלט זיי וואלטן פארקויפט אפגענוצטע מאטראצן!...

אויסער'ן אנפרעגן איבער די מאטראצן, פלעגט פרואיט איר הייסן באשטעלן רייזע בילעטן מיט זיין פריוואטן קרעדיט קארטל, און אויך סקעדזשועלן א טעלעפאן רוף מיט א רעסטוראנטן אייגנטימער, צו טרעפן א דזשאב פאר זיין פרוי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל