ניו יארק – ווען עס איז באשערט, קען מען זיין אן אלטער מאן און לעבן לאנג, אבער נישט שטארבן פון אלטקייט, נאר פון גאר עפעס אנדערש. דאס האט פאסירט מיט וויליאם סטראסנער, 87 יאר אלט, וועלכער וואוינט שוין עטליכע יאר אינעם "עמעראלד סאוט" נוירסינג היים אין באפעלא, ניו יארק. ער איז געווארן לאנגווייליג און האט זיך געוואלט באפרייען פונעם נוירסינג היים, האט ער דעריבער באשלאסן צו נעמען דראסטישע שריט. ער האט געמאכט א שטריק פון צוזאמגעבינדענע ליילעכער און דאס ארויסגעשטעקט פונעם דריטן שטאק פון דער היים, און געהאפט זיך אראפצולאזן דערמיט ביז אונטן, אבער ווי נאר ער האט ארויסגעשטעלט א פוס פונעם פענסטער, איז ער אראפגעפאלן, און אומגעקומען ל"ע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל