וואשינגטאן – אין אמעריקע און איבער דער וועלט, האט מען נעכטן געהערט איינגעהאלטענעם אפטימיזם, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעאר פירער קים יאנג אן, האבן אונטערגעשריבן א היסטארישן דאקומענט, ביי וועלכע צפון קארעא פארפליכטעט זיך אויפצוגעבן אירע נוקלעארע וואפנס. די וועלכע זענען באזארגט זאגן, אז צפון קארעא האט שוין אין דער פארגאנגענהייט געמאכט ענליכע פארשפרעכונגען, אבער זי האט עס קיינמאל נישט איינגעהאלטן.

דער דאקומענט וואס טראמפ און קים האבן אונטערגעשריבן, איז באשטאנען פון פיר הויפט פונקטן, ערשטנס אז מען וועט אוועקשטעלן אפיציעלע נייע און דירעקטע באציאונגען צווישן אמעריקע און צפון קארעא, צווייטנס אז ביידע לענדער וועלן ארבעטן אינאיינעם פאר סטאביליטעט און שלום אין קארעא, דריטנס אז צפון קארעא וועט אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפנס, און פערטנס אז צפון קארעא וועט צוריקגעבן די קערפער פון די טויזנטער אמעריקאנער זעלנער, וועלכע זענען פארלוירן געגאנגען אין צפון ביי דער קארעא קריג.

אין אמעריקע האבן די דעמאקראטישע פארטיי פירער שטארק פארפירט, זאגנדיג אז טראמפ האט זיך געבראכן פאר א ברוטאלן דיקטאטור, וועלכער איז אהיים מיט מער געווינסן ווי אים, און זיי צייגן אן אויפ'ן פאקט אז טראמפ האט מסכים געווען אפצושטעלן די אמעריקאנער מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא. רעפובליקאנער האבן אויך אויסגעדרוקט סקעפטיציזם, זאגנדיג אז עס בלייבט איבער צו זען אין די קומענדיגע מאנאטן, צי צפון קארעא וועט זיך טאקע האלטן צום אפמאך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל