קאליפארניע – "יאהו מעסענדזשער", וועלכע איז ביז מיט נישט לאנג צוריק געווען איינס פון די מערסט-פאפולערע "טשעט" אפליקאציעס אין דער וועלט, סיי פאר סאציאלע זאכן און סיי פאר דירעקטע ביזנעסלייט קאמיוניקאציע, וועט אין די נאענטע טעג קומען צו אן ענדע. אין א סטעיטמענט האבן די פירער פון די טעכנאלאגיע ריז יאהו געזאגט, אז זיי ווייסן אז עס זענען נאך פארבליבן צענדליגער טויזנטער באנוצער פון זייער מעסענדזשער סערוויס, אבער פארט האבן זיך צייטן געטוישט און זיי ווילן קאנצענטרירן זייער ענערגיע און געלט אויף ערפינדן נייע זאכן. באנוצער וועלן האבן די קומענדיגע 6 מאנאטן צו "דאונדלאודן" זייער ביז-יעצטיגע "טשעט-היסטארי", ווייל נאכדעם וועט אלעס אויטאמאטיש פארמעקט ווערן און מ'וועט מער נישט קענען נוצן די סערוויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל