בוקארעסט – א נייע פאנד פאר האלאקאוסט איבערלעבער פון ראמעניע, וועט אין די קומענדיגע טעג פארטיילן 1.3 מיליאן דאלער, פאר פיר טויזנט מענטשן וועלכע זענען פעליג צו באקומען די געלטער. דער פאנד איז געגרינדעט געווארן דורך די "ראמעניען סורווייווער ריליף פראגראם", וואס די געלטער קומט פון דעם וואס אקטיוויסטן האבן באוויזן צו באקומען פון מוניציפאליטעטן לענגאויס ראמעניע, פאר פראפערטיס און פארמעגנס וואס זענען פארכאפט געווארן פון אידן ביים קריג און אויך נאכ'ן קריג. אידן וועלכע האבן געוואוינט אין ראמעניע בעפאר'ן קריג, און ליידן יעצט פון גרויס ארימקייט, קענען אריינגעבן אפליקאציעס צו באקומען פון די געלטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל