ניו יארק – פארשער האבן געלאזט אין גאנג א שטודיע וואס ווייזט אז זיצן לאנגע שטונדן אויף איין פלאץ ברענגט שאדן צום מוח.

ביז היינט האט מען בלויז געוואוסט אז זיצן לאנגע שטונדן אויף איין ארט אפעקטירט די הארץ, אבער פון די איצטיגע שטודיע זעט מען אז א געוויסע וויכטיגע מוסקעל אין מוח וואס קאנטראלירט די 'זכרון' ווערט אויסגעמאגערט, אין רעזולטאט פון זיצן לאנג שטונדן אויף איין ארט. עקספערטן האבן אנגעגעבן אז די סיבה דערצו איז וויבאלד דער מענטש מאכט פשוט נישט קיין איבונגען, אבער לויט די איצטיגע שאצונגען איז איבונגען נישט דער פראבלעם, נאר עס ווענדט זיך וועלכע פאזיציע דער מענטש זיצט.

דר. מארק גארדאן, א מוח ספעציאליסט ביי "זוקער הילסייד שפיטאל אין ניו יארק", זאגט אז די שטודיע ווייזט טאקע אז זיצן לאנגע שעות ברענגט שאדן צום מוח, אבער פארט וועט זיך פארלאנגען מער פארשונגען עס צו קענען אפעציעל באשטעטיגען. די שטודיע האט אריינגענומען 35 מענטשן אין די יארגאנג פון 45 צו 75 , און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען מענטשן וואס זיצן לאנג אויף איין ארט נישט אויסגעשלאסן פון די אפעקטן טראצדעם וואס זיי וועלן מאכן טעגליכע פיזישע איבונגען.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל