וואשינגטאן – א האנדלס קריג צווישן אמעריקע און אייראפע איז נעכטן אפיציעל אריין אין קראפט, ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז די געפלאנטע שטייער שטראפן אויף אייזן און אלומינום וואס ווערן אימפארטירט קיין אמעריקע פון אנדערע לענדער, וועלן אריין אין אפעקט.

טראמפ האט מיט א מאנאט צוריק געהאט געגעבן אן אויסנאם פאר קאנאדע, מעקסיקא און די אייראפעאישע יוניאן, אז די שטייער שטראפן זאלן דערווייל נישט אריינגיין אין אפעקט, אבער נעכטן איז די פארלענגערונג אפגעלאפן און טראמפ האט נישט באנייט דעם אויסנאם פאר די דערמאנטע לענדער.

מעקסיקא, קאנאדע און די אייראפעאישע יוניאן האבן רעאגירט מיט גרויס אויפברויז, און קאנאדע האט שוין געזאגט אז זיי וועלן ארויסשטעלן שטייער שטראפן אויף אמעריקאנער אייזן און אלומינום וואס ווערט אריינגעליפערט קיין קאנאדע. אויסער דעם פלאנירט אייראפע שטראפן אויף אנדערע אמעריקאנער פראדוקטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל