בערלין - די דייטשע אויטאריטעטן האבן געפונען די געשענדעטע און דערמארדעטע קערפער פון די 14-יעהריגע שושנה פעלדמאן הי"ד.

זעה בילד פונעם מיידל

בילד: פאליציי ביים סצענע




די פאליציי פארדעכטיגט אן אימיגראנט פון איראק, פאר די בארבארישע פייניגונג און מארד פון די שטאט מיינץ. די מיידל איז פארלוירן געגאנגען ח' סיון, און איז נעכטן געפונען געווארן אינדרויסן פון די שטאט וויסבאדן.

די פאליציי האבן א פארדאכט אויף צוויי מענער פאר די גרויזאמע פארברעכן, דער 20-יעהריגער איראקער אלי באשאר, און א 35-יעהריגער טערקישער בירגער וואס איז נעכטן ביינאכט ארעסטירט געווארן. דער איראקער באשאר האט פאריגע וואך פלוצלינג פארלאזט דאס לאנד קיין ארביל אין איראק, דורך אינסטאנבול.

עס הייסט אז ער איז אנגעקומען קיין דייטשלאנד אין תשרי תשע"ו, מיט די גרויסע שוואונג פון פליטים. און ער איז אויך פארדעכטיגט פאר א רייע פארברעכט אין די געגנט, אריינגערעכנט רויבעריי מיט א מעסער.

בילד: דער אירקער שגץ אלי באשאר


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל