א שטורעם אין וואשינגטאן! רעפובליקאנער סענאטארן האבן אויפגעדעקט, אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט געלאזט איראן האבן צוטריט צו דער אמעריקאנע פינאנציעלע סיסטעם כדי איר צו העלפן אויסקרויזן אמעריקאנע סאנקציעס; דאס אלעס בשעת זיי האבן פארזיכערט פאר קאנגרעס פונקט דאס פארקערטע

בילד

זעה ערשטע באריכט




פולע פון דער עלטערע ציבור וועלן נאך געדענקען - מען דארף היינט זיין אלט מינימום פערציג יאר צו קענען עפעס געדענקען - דעם 'איראן קאנטרא סקאנדאל', וואס האט בשעתו אויפגערידערט אמעריקע, און האט אנגעלייגט א שטארקע טונקעלע פלעק אויף דער סוקסעספולע רעיגען אדמיניסטראציע. דער סקאנדאל איז באשטאנען פון אט דאס, אין די אכציגער יארן האבן איראק מיט איראן אפגעהאלטן א צען יעריגער קריג צווישן זיך, וואס האט צום סוף גארנישט געברענגט פאר קיינעם חוץ פון טויזענטער געהארגעטע ביי ביידע זייטן. על כל פנים דער רעיגען אדמיניסטראציע האט באשלאסן אין די סוף אכציגער יארן, בערך אין יאר 1987, ארויסצוהעלפן די איראקער מיליציע גרופעס מיט געווער און אמוניציע, כדי אז זיי זאלן קענען דערלאנגען מיט דעם שטארקע קלעפ פאר איראן. די סיבה פארוואס דער רעיגען אדמיניסטראציע האט באשלאסן ארויסצוהעלפן די איראקע רעבעלן גרופעס אקעגן איראן, איז געבינדן מיט די נאכווייען פון דער איראנער משכונות קריזיס, וואס האט אויסגעבראכן ענדע פון פרעזידענט קארטער'ס טערמין, און איז ערשט געלייזט געווארן אנפאנג פון פרעזידענט רעיגענ'ס טערמין, וואס האט דאן אוועקגעשטעלט איראן אלט'ס אמעריקע'ס שונא נומער צוויי (נאך רוסלאנד).

ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, האט די רעיגען אדמיניסטראציע באשלאסן צו העלפן די איראקישע רעבעלן, אבער ער האט דאס געטון אונטער דער רוקן פון דער אמעריקאנער קאנגרעס, וועלכע וואלט ווען קיינמאל נישט מסכים געווען מיט אזעלכע קאנסערוואטיווע און אגרעסיווע שטיק. ווען עס איז באקאנט געווארן דער ענין פארן פובליק, האט א מאסיווע שטורעם אויסגעבראכן, און דער רעיגען אדמיניסטראציע איז געווען געצווינגען צו ווארפן דער גאנצע פעקל אויף א נידריג ראנגיקער ארבעטער אין דער פענטעגאן מיטן נאמען "אליווער נארט", וועלכע האט סך הכל אויסגעפאלגט די הוראות וואס ער האט געקריגן פון זיינע אויבערהארן, אבער די רעיגען אדמיניסטראציע האט געזוכט א שעיר לעזאזאל מיט ליכט, און האט דעריבער באשלאסן אים צו באשולדיגן מיטן גאנצן פרשה, און אזוי ארום ריינוואשן זייער נאמען, און וכך הוה. דאס איז בקיצור נמרץ דער קאפיטל אין די אמעריקאנע געשיכטע באקאנט אלס דער "איראן קאנטרא סקאנדאל".

אצינד האבן רעפובליקאנער סענאטארן אויף קאפיטעל היל אויפגעדעקט א ענליכע געשיכטע, דאס מאל מיט די אבאמא אדמיניסטראציע. נאך דעם וואס אבאמא האט אדורכגעפירט דער 'איראן דיל' מיט איראן, האט ער געדארפט באפרייען פאר זיי אלע סאנקציעס, אזוי ווי עס האט געלויטעט אין דער דיעל. דער פראבלעם איז געווען אז די רעפובליקאנער קאנגרעס האט זיך נישט געיאגט אין ערגעץ, און האט צום ערשט נאר אראפגענומען א חלק פון די סאנקציעס, זאגענדיג אז ווען זיי וועלן זען אז איראן איז ערנסט מיטן דיל, וועלן זיי אראפנעמען אויך די רעשט פון די סאנקציעס. אבער פאר די אבאמא אדמיניסטראציע האט דאס נישט געטויגט, וויל זיי האבן זיך פארפליכטעט אז זיי וועלן אלעס אראפנעמען, און גלייך, נו, איז וואס טוט מען?

איז די אבאמא אדמיניסטראציע אויפגעקומען מיט א שפיצל, זיי וועלן העלפן די איראנער אויסקרויזן די אמעריקאנער סאנקציעס, געלאזט געווארן אין פלאץ דורך דער אמעריקאנע קאנגרעס... ווי אזוי? זיי האבן געגעבן פאר דער צענטראלע איראנע באנק צוטריט צו דער אמעריקאנע טרעזשערי דעפארטמענט, און איר ערלויבט מיט א ספעציעלע פאס צו באשטעטיגן פארשידענע טראנזאקציעס, וואס אנדערע נייטראלע לענדער האבן זיך גענויטיגט אין דעם, כדי אזוי ארום נישט צו פארלעצן די אמעריקאנע סאנקציעס. למשל, אין פעברואר 2016 , האט דער טרעזשערי דעפארטמענט 'געאישוט' א ספעציעלע 'פּעס', וואס האט געהאלפן איראן אויפצוטוישן נאנט צו 'זעקס מיליאן יורא' וואס זי האט געהאט אין א אקאונט אין אמאן, עס אויפצוטוישן פון אמאנישע ריאל'ס צו אייראפע'ישע יורא'ס, דורך עס קודם אויפטוישן צו אמעריקאנער דאלארן. אויב וואלט דער אמאנישע באנק נישט ערהאלטן דעם 'פעס' פונעם אמעריקאנע טרעזשערי דעפארטמענט, וואלט זי 'ווייעלעיטעט' מיט דעם די אמעריקאנע סאנקציעס. ווי אויך האבן זיי איר געהאלפן דירעקט אויפטוישן איראנער וואלוטע פאר אמעריקאנער דאלארן, כדי אזוי ארום איר גרינגער מאכן אויסצוקרויזן די אמעריקאנע סאנקציעס ווען זי האנדלט מיט אנדערע אונטערנאציאנאלע לענדער. דאס אלעס בשעת ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארזיכערט פאר קאנגרעס, אז די איבריגע סאנקציעס זענען געלאזט געווארן אין פלאץ, און זענען נאך אלט'ס ווירקזאם.

די נייעס איז געבראכן געווארן דעם מיטוואך דורך דער "סענאט סובקאמיטי פאר אינוועסטיגעישאנס", וואס פארשט אויס שוין א לענגערע צייט דער ספעציעלע ענין. דער טשערמאן פון דער ספעציעלע קאמיטי איז דער לאנג יעריגער סענאטאר 'ראב פארטמאן' פון אהייא, א מעסיגע רעפובליקאנער. פארטמאן איז נעכטן ערשינען אין דער פובליק מיט טיילווייזע אינפארמאציע וואס זיין קאמיטי האט ערפינדען, און דאס איז טאקע וואס איר האט נארוואס יעצט דא געליינט, דער פולע באריכט וועט ערשינען ווי נאר דער סענאט קאמיטי וועט ענדיגן מיט איר אויספארשונג. פארטמאן איז געווען זייער שארף אויסגעשפראכן אקעגן די אבאמא אדמיניסטראציע, און האט נישט געזאשלעוועט קיין ווערטער בשעת'ן איר אראפרייסן. פארטמאן האט געזאגט "די אמאבא אדמיניסטראציע האט פארפירט דער אמעריקאנע פובליק און קאנגרעס, בלויז ווייל זיי זענען געווען 'דעספערט' צו האבן א דיל מיט איראן", "אזא אקט איז זייער שאנדפול, און איז קרימינאל, און האט נישט קיין ארט אין אונזער דעמאקראטישע סיסטעם, "שעים אן יו די אבאמא אדמיניסטראציע"...!


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל