בארא פארק – גרויסע נסים האבן נעכטן פאסירט, ווען א באס פון א חרדי'שן מוסד אין בארא פארק האט זיך איבערגעדרייט אויף א שאסיי אין ניו דזשערסי, און בחסדי ה' זענען געווען בלויז 3 מילד-פארוואונדעטע קינדער. דער באס, פון מוסד "מבקשי השם", האט געפירט ארום פערציג קינדער, און פארנדיג אויפ'ן רעמפ פונעם "ניו דזשערסי טורנפייק" שאסיי בעפאר'ן גאטעלס בריק, האט זיך דער באס איבערגעדרייט זייטיג, ווי שוין נעכטן באריכטעט. הצלה איז אלארמירט געווארן אינאיינעם מיט די פאליציי, און מיט וואונדער האט זיך דאס געענדיגט מיט בלויז 3 געשעדיגטע. די קינדער זענען ארויפגעפירט געווארן אויף א צווייטן באס פונעם מוסד, און אפגעפירט געווארן אהיים.

בילד

זעהט נאך בילדער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל