שבת פ' שלח וועט געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד גאלאנטא אין ירושלים עיה"ק

ירושלים. - דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל האט מקבל געווען פני כ"ק מרן אדמו"ר מ'גאלאנטא שליט"א, וועלכער איז ערשינען אויף א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל, און וועט פראווען א געהויבענעם שבת אין ירושלים עיה"ק בקרב חסידיו ומעריציו.

בילד




דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ארץ ישראל דינסטאג שלח הבעל"ט, אין באגלייטונג פון א קבוצה חסידים. אנקומענדיג קיין ארץ ישראל איז דער רבי שליט"א אפגעווארט ווערן פון א קבוצה ידידים וחסידים לבית גאלאנטא תושבי ארה"ק, וועלכע קוקן שוין ארויס אויף דעם הערליכן באזוך פונעם רבי'ן שליט"א, לרומם קרן התורה וחסידות בארה"ק.

די הויכפונקט פונעם הערליכן נסיעה איז ערווארטעט צו זיין, דאס אפרעכטן דעם שב"ק פרשת שלח–, אין ירושלים עיה"ק ווען ס'וועלן אפגעראכטן ווערן די געהויבענע תפילות און טישן בבית מדרש גאלאנטא ירושלים עיה"ק, אויפן ווארימען חסידישן שטייגער כמנהג אבותיו ורבותיו הק', דער קלימאקס פון דעם שבת וועט זיין , בעת רעווא דרעווין ווען דער רבי שליט"א וועט פראווען שלוש סעודות ברבים, און וועט משמיע זיין דברות קדש, ווי די רבי'נס שטייגער וועלכער איז שוין באקאנט פארן ציבור אלס א ספעציעל דערהויבענע זמן ווען דער רבי – איז מעורר און וואשט אויס אידישע הערצער לתשובה שלימה, מיט'ן ספעציעלן תנועת התעוררות המקובל לבית זידיטשוב.

דער געהויבענער שבת וועט טראגן א ספעציעלע חשיבות, צוליב וואס דאן געפאלט די יומא דהילולא פון הגה"ק בעל אור פני יהושע זצוק"ל אבד"ק גאלאנטא, וועלכער איז נעקד געווארן על קדושת שמו יתברך ביום כ"ו סיון תש"ד, גייענדיג צו די עקידה מיט א שמחה און גבורה, אינאיינעם מיט פילצאליגע בני הקהלה הי"ד, וואס אודאי וועט איבערן גאנצן שבת חופף זיין די אור און קדושה פונעם בעל הילולא זי"ע אינעם בית הגדול והקדוש וואס איז נתייסד געווארן לזכרו הבהיר.

לרגל די הילולא וועט פארקומען א גרויסארטיגע קידושא רבה נאכן דאווענען שבת אינדערפרי פארן גאנצן ציבור, ווי דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברי זכרון והערכה במשנתו פונעם בעל הילולא, און למחרתו זונטאג פר' קרח אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן וועט פארקומען די צענטראלע סעודת הילולא ווי עס וועלן אנטייל נעמען פילע יו"ח בני שלשים ורבעים פון תלמידי גאלאנטא.

באזונדער וועט מען האבן די זכי' אז דער מעמד וועט באשיינט ווערן מיט די אנוועזנהייט פון כ"ק גאב"ד ירושלים עיה"ק וועט האט נאך אלץ קינד זוכה געווען צו זעהן ולהתברך אצל רביה"ק זצוק"ל און וועט דערביי משמיע זיין דא"ח. ביים מעמד וועט מען ווידער האבן די זכי' צו הערן דברות קודש מפום ממלל רברבן דער רבי שליט"א, ממשיך צו זיין אין די הייליגע דרכים פונעם בעל הילולא.

דער שב"ק וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל ובפרט ביים ציון הק' פון התנא אלקי רשב"י זי"ע אין אתרא קדישא מירון, וואס ווי באקאנט דעם רבינ'ס שייכות צו רבי שמעון, וואס דער רבי איז עוסק אין מחבר זיין און איז מוציא לאור דעם חשוב'ן פירוש "זהר בהיר" וועלכע איז מפרש בלשון קל וצח יעדעס ווארט פון דעם זוה"ק.

דער רבי שליט"א וועט זיך געזעגענען אי"ה פונעם ציבור אין ארץ ישראל דינסטאג פארמיטאג פרשת קרח און וועט זיך אומקערן למעון קדשו אין ניו יארק ביום ג' אויפדערנאכט, און ווייטער ממשיך זיין מיט די עבוה"ק בהנהגת הקהלה והמוסדות, להרביץ תורה והוראה לעדת צאן מרעיתו.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל