מאנרא – עטליכע בחורים פון דער נאוואמינסקער ישיבה ליגן אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד, נאכדעם וואס זיי זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן אין א העלישן פייער וואס האט פאסירט אין א באנגעלא קאלאני בשכינות פון קרית יואל. די בחורים האבן זיך געפונען אין די "קוועיקער הילל" באנגעלא קאלאני, וואו די בחורים האבן זיך געגרייט אפצורעכטן א געהויבענעם שבת, ווען דאנערשטאג אינמיטן דער נאכט האט א גאז ליניע אויפגעריסן און געברענגט א מאסיוון פייער. אלעס אינאיינעם זענען 14 פארוואונדעט געווארן, אבער 4 זענען פארבליבן דערווייל אין שפיטאל. מ'ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת יהושע בן יסקא, אליעזר בן ברכה, חיים ברוך בן מרים איידל און מאיר דוד בן חי' לאה.

זעהט ווידיאס

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל