דייטשלאנד - א אידישער יוגענטליכער איז אטאקירט געווארן ביי די בערלינער באן סטאנציע דורך א גרופע אראבישע פארשוינען, ווען זיי האבן באמערקט ווי ער הערט זיך איין צו איזרעילי מוזיק. אן אנדערע נישט-אידישער יוגענטליכער איז פיזיש אטאקירט געווארן, און א דריטער איז באשריגן געווארן.

בילד


די אראבערס האבן געפרעגט דעם איד אויב ער איז א איד, און ווען ער האט דאס באשטעטיגט האבן די דריי געזאגט אז זיי זענען פון עזה. דער איד האט זיך אנטשולדיגט אויב די ליד וואס ער האט זיך צוגעהערט - "תל אביב" פון עומר אדם - האט זיי באליידיגט, אבער געזאגט אז זיי האבן די רעכטן צו צוהערן צו מוזיק וואס זיי ווילן, און ער אויך.

ביי די פונקט האבן די אראבער אנגעהויבן צו שרייען "70 יאהר וואס מען מערדערט קינדער! מיר ווילן נישט הערן אידישע לידער דא! דאס איז אונזער געגנט, אונזער שטח. אויב מיר וועלן דיר נאכאמאל טרעפן דא, וועלן מיר אפשניידן די קאפ [רח"ל, היל"ת], דו גרויליגער איד [עפל"פ]!"

סורוועילענס ווידיא ווייזט ווי איינע פון די אראבערס האבן אנגעהויפן צו שטופן דעם איד, און שיעור נישט אריינגעשטופט אין די שינעס. די אראבער האבן אויך געשלאגן די צוויי מיט די הענט און מיט א צובראכענע באטל. איינער האט געדארפט ווערן האספיטאליזירט, אבער איז ארויסגעלאזט געווארן נישט לאנג שפעטער.

דער דריטער איז געווען א פרוי וואס האט בייגעוואוינט די אטאקע, און איז באזילדעט געווארן פארן זיך אננעמען פאר דעם איד.

די אראבער זענען אנטלאפן ווי נאר די פאליציי איז אנגעקומען. די זיכערהייט אפיצירן זענען זיי נישט נאכגעלאפן.

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל