פענסילוועניע – אין די יעצטיגע טעג איז אונטערגענומען געווארן א פראיעקט צו ענדיגן די לעצטע פאזע פונעם געדענקמאל ביים פעלד וואו "פלייט 93" האט אראפגעקראכט אום סעפטעמבער עלעווען. דער פליגער איז געווען אויפ'ן וועג פון ניו דזשערסי קיין קאליפארניע, ווען היידזשעקערס האבן עס פארכאפט און פלאנירט דערמיט אריינצוקראכן אין ווייסן הויז אדער די קעפיטאל געביידע, אבער פאסאזשירן האבן זיך געשלאגן מיט די היידזשעקערס און ס'האט געקראכט אויף א ליידיגן פעלד אין פענסילוועניע. עס עקזיסטירט שוין א געדענקמאל ביים ארט וואו ס'האט אראפגעקראכט, אבער יעצט וועט אוועקגעשטעלט ווערן א ספעציעלער טורעם, און מ'דערווארט אז ס'זאל זיין פארטיג אויף סעפטעמבער 11, ביים זיבעצנטן יארטאג פון די אטאקעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל