בילד



  1. ענקזייעטי פילט נישט די זעלבע ביי יעדן. בלויז ווייל דו האסט אמאל געהאט ענקזייעטי, אדער דו ליידסט נאכאלץ דערפון טוט דאס נישט באדייטן אז דו שפירסט גענוי ווי אן אנדערע מענטש וואס האט ענקזייעטי, דעריבער, מאך קיינמאל נישט אוועק איינער וואס דערציילט דיר אז ער שפירט אנגעצויגנקייט, ווייל עס קען גאר זיין אז ער שפירט אינגאנצען עפעס אנדערש ווי דו מיינסט.
  2. OCD איז נישט נאר ווען איינער וואשט זיך די הענט טויזענט מאל. עס איז פאראן צווישן מענטשן א טעות אז די קראנקהייט פון OCD זעט מען בעיקר ביים זיך וואשן די הענט. מאנכע ברענגן אפילו א ראיה אז עס קען נישט זיין אז דער און יענער אדער גאר ער אליין, ליידט פון OCD ווייל מען זעט נישט קיין שום אנגעצויגענקייטן ביים אים ווען ער וואשט זיך די הענט.
    דער אמת איז אז OCD קען אויסקלאפן אין פארשידענע ערטער אין לעבן בשעת ווען אין אנדערע זאכן איז דער מענטש געזונט, און האט נישט קיין שום פראבלעם אדער שוועריקייט. וואס עס איז יא וויכטיג צו וויסן איז אז געווענליך וועלן OCD ליידענדע האבן עטליכע פלעצער אין זייער לעבן ווי זיי וועלן זיך מוטשענען מיט זייערע ספיקות און אבסעסיעס, אבער עס איז נישט דא קיין שום קאנקרעט ליסטע וואס צייכענט אן וועלכע זאכן עס וועלן געכאפט ווערן פון די OCD .
  3. זעלבסט שעדיגנונג איז נישט קיין בקשה פאר אויפמערקזאמקייט. עס איז א ווייטאג אז מענטשן פארשטייען נישט די פענאמען פון 'זעלבסט שעדיגונג'. עס איז ליידער זייער גרינג עס אוועקצומאכן אז דער מענטש וועלכע טוט דאס דארף בלויז אויפמערקזאמקייט, און מען דארף אים איגנארירן און אים נישט נעמען אזוי ערענסט. עס איז ליידער זייער ווייט דערפון. חלילה, אויב מען קוקט אוועק דערפון און מען נעמט עס נישט גענוג ערענסט דאן האט דאס זייער שווערע נאכפאלגן ה''י.
  4. א מענטש קען אנגיין אין זיין פלאג פאר יארן לאנג. עס מאכט זיך אסאך מאל וואס מען הערט פון מענטשן וואס געפינען אויס אז איינע פון זייערע נאנטע משפחה מיטגלידער ליידט פון עמאציאנלע שוועריקייטן, ווי זיי דרוקן אויס גרויס וואונדער: "ווי קען זיין אז ער האט מיך קיינמאל נישט געזאגט, אזויפיל יארן זענען מיר שוין צוזאמען און איך האב נישט געוואוסט דערפון.."
    די מציאות איז, אז מענטשן קענען אנגיין לאנגע יארן מיט זייערע מוטשעניש אהן קיין בריה אויף די וועלט זאל וויסן דערפון. דעריבער איז וויכטיג צו וויסן, אז מען זאל נישט נעמען פאר לייכט סיי וועלכע רמז אז דער מענטש גייט אדורך שוועריקייטן אין זיין לעבן, ווייל עס קען זיין אז דער מענטש ווייזט דאס ארויס אביסל ווייל ער וויל זען צו איינער וועט זיך אינטערעסירן אין זיין מצב, און אויב וועט מען אים אוועקשטופן אדער נישט לייגן געוויכט וועט ער זיך צוריק פארשפארן אין זיין טרויעריגע וועלט און ער וועט זיך נישט עפענען אזוי שנעל נאכאמאל, ווען אינדערצייט, ווערן זיינע שוועריקייטן שטערקער און מער פיינפול.
  5. מענטל העלט קראנקהייטן זענען עכט צי איר זעהט עס אדער נישט. ווען א מענטש פאלט אראפ און צוקלאפט זיך, איז זייער קלאר און קענטבאר וואו די וואונד איז, עס איז זעהבאר און מען קען אים פארשטיין און העלפן, און אויך מיטהאלטן ווי זאכן גייען צום בעסערונג, אדער חלילה פארקערט. דאס איז אלעס ווען מען האנדעלט פון פיזישע וואונדען. אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו גייסטישע, און עמאציאנאלע וואונדען; זיי, קען מען נישט אזוי קלאר זען. פון אינדרויסן קוקט אויס דער מענטש ווי א גאנצע, געזונטע מענטש, אבער אינעווענדיג איז ער צובראכן ווי א שארבן. זיין גייסט איז אנידערגעשלאגן און זיין מוט איז צוקלאפט. ער דארף זיך פיל מער ספראווענען זיך צו האלטן און נישט אויפגעבן ווי ביי פיזישע וואונדען, ווייל דארט איז צומאל גרינגער צו באקומען שטיצע פון מענטשן. אבער דער אמת איז אז עס איז גענוי אזוי עכט ווי פיזישע ווייטאגן, עס געשעט פאקטיש אינעם מענטש און עס טוט עכט וויי! קיינער 'רעדט זיך נישט איין' אז עס איז טוט אים וויי גייסטיש.
  6. אסאך מענטשן זוכן נעבעך נישט קיין הילף צוליב פחד פון די סטיגמע. וויפל מען זאל נאר רעדן דערפון איז עס נישט גענוג. דער פאלשקייט און ליגענט וואס די סטיגמע אנטקעגן מענטל העלט פראבלעמען האט פראדאצירט האט שוין ליידער אפגעקאסט אסאך אסאך פאר די מענטשהייט. מיר דארפן שוין איינמאל פאר אלעמאל אויפברעכן די מויערן וואס די סטיגמע האט אויפגעבויעט און איינזען אז נארמאלע מענטשן ליידן פון פארשידענע עמאציאנאלע שוועריקייטן. וויפיל נאך איז דער שיעור? וויפיל קינדער, בחורים, מיידלעך, יונגעלייט, עלטערע מענטשן, דארפן נאך אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם און ווערן צוריק געהאלטן פון לעבן א גוט לעבן אלץ בלויז צוליב די סטיגמע? וויפיל נאך שלום בית'ער דארפן חרוב גיין ל''ע צוליב די סטיגמע? האבן מיר נאכנישט געהאט גענוג? עס איז געקומען די צייט אראפצואווארפן פון זיך די לאסט וואס די סטיגמע האט אנגעמאכט און אנהויבן גיין אויף הילף זיך צו העלפן און זיין צופרידענע מענטשן, עס איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן זיך צוצוהערן צום עגאאיסטישן 'זיך' וועלכע קימערט אויף די פאלשקייטן ווי - וואס וועט דער אדער יענער זאגן, און זיך פארבינדען מיטן אמת'ן זיך, דער זיך וואס וויל זיין געזונט און וויל אז זיין פאמיליע זאל זיין געזונט.
  7. נישטא קיין מענטש וואס איז אויסגעשלאסן פון אנטוויקלען א מענטל העלט דיסארדער. מענטשן וועלכע ליידן פון עמאציאנאלע שוועריקייטן זענען נישט אן אנדערע אפטיילונג פון די מענטשהייט. זיי געהערן נישט צו א געוויסע קרייז, און זיי זענען נישט אנגעהאנגען בלויז אין איין קהילה. זיי וואוינען נישט נאר אין איין פלאץ, און זיי זענען נישט נאר א טייל פון איין געוויסע קולטור.
    יעדע מענטש, האט די מעגליכקייט צו אנטוויקלען א מענטל העלט דיסארדער. אהן אויסנאם. נישטא קיין מענטש וואס קען זאגן אז צו אים וועט דאס נישט געשען. כלפי מה דברים אמורים, עס מאכט זיך אמאל אז מענטשן טראכטן ביי זיך 'נע, צו מיר וועט דאס קיינמאל נישט פאסירן', און דאס ברענגט צו אים א געוויסע געפיל אז דער וואס ליידט דערפון איז 'עפעס' אן אנדערע סארט מענטש. אזוי אויך אמאל אז מען דיאגניזירט א נאענטען מיט דעפרעסיע אדער סיי וועלכע מענטל העלט מחלה זאל מען וויסן אז עס באדייט נישט גארנישט אויף די מענטש אדער אויף די משפחה בכלליות, ווייל עס קען זיך מאכן ביי יעדן מענטש אויף די וועלט, און ביי יעדע משפחה אויף די וועלט.
    8. נישט ווארטן אפילו נאך א טאג צו גיין צו הילף. ווען מען טרעפט זיך אין א מצב ווי מען טראכט אויף זיך אליין אדער אויף א געוויסע פאמיליע מיטגליד, אז מען דארף גיין צו הילף, איז נישט אומנארמאל צו אריינגיין אין א פארלוירעניש, און אין א שטיקל פאניק; וואו גייט מען, צו וועמען גייט מען, ווילאנג גייט עס געדויערן, אא"וו. עס איז נישט גרינג צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין און מודה זיין ביי זיך אז כלו כל הקיצין און מען ברויך הילף. אויבנאויף נעמט דאס אוועק פונעם מענטש זיין גלויבונג אז ער קען זיך אן עצה געבן אליינס מיט אלע זיינע פראבלעמען, עס גנב'ט אביסל קאנטראל פונעם מענטש. איינע פון די זאכן וואס מענטשן טוען אפט איז אז מען שטופט עס אפ. קען זיין אז מען מיינט אז אפשר וועט דאס אוועקגיין פון זיך אליין, אדער איז עס סתם א שוועריקייט פון זיך צוזאמנעמען און טון צו די זאך, עכ"פ דארף מען וויסן אז עמאציאנאלע שווערקייטן גייען נישט אליינס אוועק! פארקערט גאר, עס ווערט בדרך כלל ערגער וואס א טאג עס גייט פארביי. דעריבער זאל מען זיך אריענטירן און שוין גיין פאר הילף, נישט ווארטן מער קיין איין מינוט. זייט געזונט!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל