וואשינגטאן – פרייטאג האט דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן א פרישן פארשוין אין זיין אנגייענדיגן אויספארשונג, זייענדיג שוין די צוואנציגסטע אנקלאגע דורכ'ן מוללער אויספארשונג. די פרישע קלאגעס זענען קעגן דעם רוסישן קאנסטאנטין קילימניק, א געוועזענער געהילף פון טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט און פארבינדעטער מיט רוסישע שפיאנאזש אגענטורן. עס ווערט באשולדיגט אז קילימניק האט געזוכט צו העלפן מענעפארט איבערצורעדן פאטענציעלע עדות אינעם מוללער אויספארשונג, אז זיי זאלן זאגן ליגנט. אויסער דעם איז ארויסגעשטעלט געווארן נאך קלאגעס קעגן מענעפארט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל