ניו יארק סיטי – די פייער דעפארטמענט אין ניו יארק סיטי האט נעכטן געזאגט, אז צוויי איינוואוינער זענען גאר ערנסט פארוואונדעט געווארן פון א שרעקליכן פייער וואס האט אויסגעבראכן איבערנאכט אין א געביידע אין קווינס. אויסער דעם האבן 9 פייערלעשער געליטן מינדערוויכטיגע וואונדן אינעם פייער, וועלכע האט זיך אנגעהויבן צוויי אזייגער מאנטאג פארטאגס, אין א געביידע אין דער פלאשינג געגנט, וואס ווי באריכטן זאגן, האבן זיך געפונען אינעם הויז אומלעגאלע היימלאזע "סקוואטערס" וועלכע האבן זיך געהאט דארטן באקוועם געמאכט. דאס פייער האט זיך אויך אויסגעשפרייט צו א דערנעבנדיגן הויז, וועלכע איז עוואקואירט געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל