פראנקרייך – די פראנצויזישע מידיא האט נעכטן אידענטיפיצירט דעם פארשוין וואס האט דורכגעפירט שבת די שטעכעריי אטאקע אין פאריז מיט 1 פאטאליטעט, אלס דער טשעטשניער געבוירענער קאמזאט אזימאוו. די אידענטיטעט איז ארויסגעגעבן געווארן דורכ'ן טשעטשניער פרעזידענט ראמזאן קאדיראוו, וועלכער זאגט אז אזימאוו האט געהאט א רוסישן פאספארט ביז ער איז געווען 14 יאר אלט, און האט שפעטער באקומען בירגערשאפט אין פראנקרייך. לויט מידיא באריכטן, איז אזימאוו געווען אויף אן אפיציעלע טעראר ליסטע, און די פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן געהאלטן אן אויג אויף אים, אלס א מעגליכער טעראריסט. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז די 4 פארוואונדעטע פון אזימאוו'ס שטעכעריי אטאקע זענען שוין אלע אין א סטאבילן צושטאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל