וואשינגטאן – דער מאנאטליכער דזשאבס באריכט אין אמעריקע איז ארויסגעקומען פרייטאג, און עס צייגט אז אינעם מאנאט פון אפריל, זענען צוגעקומען 164 טויזנט נייע דזשאבס אין לאנד. דאס איז ווייניגער ווי עקאנאמיסטן האבן געהאט פאראויסגעשאצט, אבער פארט איז עס פאזיטיווע נייעס, ווייל דער פראצענט וויפיל אמעריקאנער זענען ארבעטסלאז, איז געפאלן צו בלויז 3.9 פראצענט, וואס איז די נידריגסטע זינט יאר 00', ווען ביל קלינטאן איז געווען פרעזידענט. די מארקעטס האבן אויפגענומען דעם דזשאבס באריכט גאר פאזיטיוו, סטאקס זענען לייכט געשטיגן פרייטאג, און דער דאלאר איז געשטיגן צום העכסטן פונקט זינט אנהייב יאר. פרעזידענט טראמפ האט אין א מעסעדזש באגריסט די פאזיטיווע ציפערן, זאגנדיג אז זיינע פאליסיס צייגן שוין די געוואונטשענע רעזולטאטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל