וואשינגטאן – דער דאקא פראגראם, דורך וועלכע הונדערטער טויזנטער יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן ווערן צייטווייליג באשיצט פון דעפארטאציע, איז צוריק אויף די העדליינס אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס קאנגרעס האט גענומען נייע שריט דערויף. טראמפ האט אונטערגעשריבן א דעקלעראציע אפצושאפן דאקא, אבער זינט דאן איז זיין פארארדענונג בלאקירט געווארן. יעצט האבן א גרופע דעמאקראטישע און רעפובליקאנער קאנגרעסלייט אונטערגענומען א פרואוו צו צווינגען אן אפשטימונג אויף א דאקא ביל, און 18 רעפובליקאנער האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן עס שטיצן, וואס באדייט אז נאר נאך 7 דארפן געבן זייער שטיצע (אינאיינעם מיט אלע דעמאקראטן) און עס ווערט אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג. קאנגרעס ספיקער רייען זאגט אבער אז טראמפ מוז קודם זאגן אז ער שטיצט עס, איידער מ'קען שטימען דערויף.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל