די אמעריקאנער 'אגודת ישראל' איז ארויסגעקומען מיט א הלכה'דיגן פסק וואס פארבאט אידן פון נעמען מארטגעדזשעס ביי דער Quicken Loans פירמע, וויבאלד רוב פון דער קאמפאני איז אונטער אידישן בעלות און איז דערפאר אונטערגעווארפן דעם איסור פון ריבית.

'קוויקען לאָונס', וואס איז א מאמע-קאמפאני וואס פארמאגט אונטער זיך נאך עטליכע מארטגעדזש-פירמעס, שטעלט זיך פאר אלץ דער גרעסטער מארטגעדזש-מלווה אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין ארץ ישראל ניצן די ארטיגע בענק א 'היתר עיסקא', וואס דערמעגליכט א איד צו בארגן געלט פאר אנדערע אידן אויף ריבית. 'קוויקען לאָונס', באזירט אין דעטראיט, האט אבער דערווייל נישט אונטערגעשריבן אזא דאקומענט, און דערפאר זענען די הלוואות עובר אויפ'ן איסור פון ריבית.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל