ווארשא – פוילן'ס פארטיידיגונגס מיניסטער האט נעכטן געזאגט, אז ער פירט געשפרעכן מיט אמעריקאנער רעגירונג באאמטע, איבער די מעגליכקייט פון סטאנציאנירט טויזנטער אמעריקאנער טרופן פערמאנענט אין פוילן, צו דינען אלס א ווארענונג פאר לענדער וואס זוכן צו טשעפען מיט פוילן'ס אינטערעסן. פאראיאר זענען טויזנטער אמעריקאנער זעלנער געקומען קיין פוילן אויף א צייטווייליגע מיסיע, צו שיקן א שארפן מעסעדזש פאר רוסלאנד, אז זיי זאלן זיך נישט וואגן צו טאן צו פוילן, דאס וואס זיי האבן געטאן פאר אוקריינע. יעצט וויל פוילן אז אמעריקע זאל לאזן טויזנטער טרופן אויף אייביג, און דער פוילישער פארטיידיגונגס מיניסטער מאריאס בלאזשעק זאגט, אז פוילן איז גרייט צו פינאנצירן די קאסטן דערפון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל