דער פאליטישער פליגל פון דער כעזבאלא טעראר גרופע האט אפגעצייכנט א שטוינענדע זיג אין די וואלן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן דעם שבת, און טראץ וואס מען האט נאכנישט די ענדגילטיגע רעזולטאטן קוקט אויס אז זיי האבן געוואונען איבער האלב פון די זיצן אינעם פארלאמענט פון לבנון.

דער פירער פון כעזבאלא, כאסאן נאסאראלא, האט היינט אויפגעטרעטן מיט א זיג רעדע, זאגנדיג אז די ארגאניזאציע דערגרייכט איר ציל און אז די וואלן צייגן אז דאס פאלק שטיצט איר מיסיע, וואס נעמט אריין קעמפן אינאיינעם מיט איראן אין סיריע, און אקטיווע טעראר קעגן מדינת ישראל.

דער געווינס איז א דראמאטישע זיג פאר איראן, וואס שטייט אונטער דער כעזבאלא ארגאניזאציע,ווי אויך פאר די שיאיטישע פראקציעס אין לבנון, און איז גלייכצייטיג א טויט קלאפ פאר די סונישע פראקציעס אין לבנון, אריינגערעכנט דעם פרעמיער מיניסטער, סאאד אל-כארירי, וועלכער ווערט געשטיצט דורך איראנ'ס שונא, סאודי אראביע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל