בעלגיע – א שרעקליכע טעראר אטאקע האט פאסירט דינסטאג אין דער בעלגישער שטאט ליעזש, וואו א טעראריסט האט געשאסן און אומגעברענגט 3 מענטשן. די אטאקע האט זיך אנגעהויבן ווען דער טעראריסט, קוים געציילטע שטונדן נאכ'ן באפרייט ווערן פון טורמע פאר קליינליכע קרימינאליטעטן, האט די טעראריסט גענומען א מעסער און געשטאכן צוויי פאליציי אפיצירן אין רוקן, און דאן האט ער געכאפט א גאן פון איינעם פון די אפיצירן, און זיי ביידע געשאסן און אומגעברענגט. ער האט דאן געשאסן א ציווילן 22 יעריגן פוסגייער צום טויט, בעפאר'ן אריינשטורעמען אין א סקול געביידע, וואו ער האט פארכאפט אן ארבעטער אלס משכון. נאך אפאר שעה האבן די פאליציי באוויזן אומצוברענגען דעם טעראריסט. די פאליציי זאגן אז די אטאקע איז געווען מאטיווירט פון איסלאמישער טעראר.

מיטוואך האט די אייסיס גראפע גענומען פאראנטווארלעך אויף די טעראר אטאקע, ווי אויך געבן די פאליציי איבער אז א נאכט פריער פאר די ארעסטאנט איז באפרייט געווארן האט די טעראריסט גע׳הרגע׳ט אן אנדערע ארעסטאנט.

Image result for TERROR BELGIUM

גענומען מיט רשות פון לוח היום


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל