ווייאמינג – א באריכט צייגט אז א גרופע אמעריקאנער עירפארס זעלנער, וועלכע זענען פאראנטווארטליך צו באשיצן נוקלעארע מיסילס, האבן שטארק פארנאכלעסיגט זייער ארבעט, און זענען זיך אומגעגאנגען מיט'ן רויכערן שעדליכע דראגס בשעת'ן זיין אין דער מיליטערישער באזע אין ווייאמינג, וואו זיי האבן געדארפט טאן די קריטישע ארבעט פון היטן אויף די מיסילס. לויט'ן באריכט, האט די גאנצע זאך פאסירט אין יאר 2016, ווען דער פענטאגאן האט באקומען אנדייטונגען איבער די מיסברויכן נאכדעם וואס ס'איז שוין דאן אנגעגאנגען אומגעשטערט פאר איבער א יאר. מ'האט געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג איבער דעם, און פערצן זעלנער זענען דיסציפלינירט געווארן, און זעקס פון זיי זענען שפעטער געפונען געווארן שולדיג אויף הארבע דראג קלאגעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל