א נייע שטודיע וואס איז נארוואס דורכגעפירט געווארן ווייזט, אז צוויי-דריטל פון פוילישע אידן וואס האבן זיך אויסבאהאלטן דורכאויס דעם חורבן האבן נישט איבערגעלעבט די מלחמה, און די סיבה רוב מאל איז געווען ווייל די פוילישע שכנים האבן זיי פאר'מסר'ט פאר די נאציס.

דער באריכט איז ארויסגעקומען אינמיטן א היציגער דעבאטע, בנוגע א געזעץ אויף וואס דער פוילישער פארלאמענט האט אפגעשטימט, צו געזעצליך באגרעניצן דאס צוזאמשטעלן פוילן מיט דעם האלאקאוסט.

די שטודיע ווייזט, אז הגם טויזנטער פאליאקן האבן טאקע באהאלטן און געהאלפן אידן דורכאויס דער מלחמה, איז אבער די צאל פון פוילישע נישט-אידן וואס האבן ארויסגעגעבן אידן צו די נאציס פיל גרעסער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל