אלבאני – די מאכטפולע קאנסערוואטיווע "ען-אר-עי" גאן ארגאניזאציע האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דעם ליבעראלן ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו און די סטעיט רעגירונג, באשולדיגנדיג אז קאומאו און זיין אדמיניסטראציע האבן אונטערגענומען אומלעגאלע שריט צו בלאקירן די ען-אר-עי פון אנגיין אין ניו יארק. די קלאגע קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס די ניו יארק סטעיט רעגירונג האט ארויסגעשטעלט געלט-שטראפן אויף עטליכע אינשורענס פירמעס פאר'ן העלפן די ען-אר-עי מיט אינשורענס פאר גאן אייגנטימער, און קאומאו האט פארארדנט די אינשורענס פירמעס און אויך עטליכע בענק מער נישט צו האנדלען מיט די ען-אר-עי. לויערס פאר די ען-אר-עי טענה'ן, אז קאומאו'ס שריט זענען טייל פון א דרוק קאמפיין אויף די פריוואטע ביזנעסער און פירמעס, מיט'ן ציל אוועקצונעמען און טשעפען די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פון גאן אייגנטימער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל