די דערעפענונגס-צערעמאניע פון דער נייער אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים איז באשטימט אויף קומענדיגן מאנטאג, מאי 14, און דערווייל איז נאך אלץ נישט קלאר צי דער הויפט מחותן, פרעזידענט טראמפ, וועט קומען זיך באטייליגן.

ארום אכט-הונדערט געסט פון די פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל זענען געלאדנט געווארן, אבער ווייניג דיפלאמאטן פון אנדערע לענדער זענען גערופן געווארן.

א הויכראנגיגער באאמטער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט, סעאב ערעקאט, האט אפעלירט צו אויסלענדישע דיפלאמאטן צו באיקאטירן די צערעמאניע און נישט דערמוטיגן די אמעריקאנער "חוצפה'דיגע פארלעצונגען פון אינטערנאציאנאלן געזעץ."

ווי עס הייסט יעצט, וועט די אמעריקאנער דעלעגאציע, וואס וועט באשטיין פון ארום דריי-הונדערט מענטשן, אנגעפירט ווערן דורכ'ן טרעזשורי סעקרעטערי, סטיווען מנוטשין, און טראמפ'ס איידעם, דזשערעד קושנער.

דער מעיאר פון ירושלים, ניר בארקאט, האט ארויפגעשטעלט דעם ערשטן גאס-שילד, וואס גיט אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צו דער אמבאסאדע, וואס וועט אפיציעל געעפנט ווערן די קומענדיגע וואך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל