אין דעם ערגסטן פון דער סעריע ראיאטן וואס עזה-איינוואוינערס פירן אין די לעצטע וואכן דורך ביי דער גרעניץ מיט מדינת ישראל, זענען צענדליגער אראבער אומגעברענגט געווארן דורך מדינת ישראל קרעפטן און הונדערטער אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.

אנגעבנדיג די עפענונג פון דער אמעריקאנער אמבאסאדע אלס אויסרייד, האט כאמאס, וואס קאנטראלירט עזה, פאררופן ריזיגע ראיאטן ביי דער גרעניץ, און געשיקט א צאל טעראריסטן דורכצופירן אטאקעס און פרובירן דורכברעכן די גרעניץ-צוים און זיך אריינרייסן אין מדינת ישראל.

א געשאצטע פופציג-טויזנט אראבערס האבן טיילגענומען אין די ראיאטן, אריינגערעכנט קליינע קינדער וואס זענען אפגעשיקט געווארן צום פראנט פון די מהומות, ווי אויך גרופעס כאמאס-טעראריסטן באוואפנט מיט באמבעס און מאשין-געווער.

איין גרופע אראבער איז דערשאסן געווארן ווען יענע זענען געכאפט געווארן פארפלאנצן א באמבע, און אנדערע זענען אומגעקומען אין א פייער-אויסטויש מיט מדינת ישראל סאלדאטן.

מדינת ישראל, וועלכע באשולדיגט איראן אין פינאנצירן די כאמאס-אקטיוויטעטן, האט פריער פארעפנטליכט א ווארענונג צו די עזה-איינוואוינער נישט אויסצופאלגן די אנווייזונגען פון כאמאס און שטורמען די גרעניץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל