וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס איידעם און הויפט ראטגעבער דזשעראד קושנער, האט נעכטן ענדליך באקומען זיין פערמאנענטע סעקיוריטי קלערענס, נאכ'ן ארבעטן מער ווי איינס און א האלב יאר אין ווייסן הויז, וואס דאס וועט אים ערלויבן צו האבן צוטריט צו אלע קלאסיפייד דאקומענטן אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג און דאס ווייסע הויז. קושנער'ס סעקיוריטי קלערענס אפליקאציע איז פארשלעפט געווארן ביז יעצט, וויבאלד די עף-בי-איי'ס "בעקגראונד טשעק" אויף זיין היסטאריע האט אויפגעברענגט פילע פראגעס, אלס טייל פון ראבערט מוללער'ס רוסלאנד אויספארשונג, און אויך צוליב זיינע קאמפליצירטע אויסלענדישע ביזנעס דיעלס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל