בולגאריע – דייטשלאנד'ס קאנצלער אנגעלע מערקעל זאגט, אז עס איז בכלל נישט זיכער אז אייראפעאישע לענדער וועלן קענען צושטעלן קאמפענסאציע געלטער פאר אייראפעאישע פירמעס וואס וועלן אויסשטיין געלט-שטראפן פון אמעריקע צוליב וואס זיי האנדלען ווייטער מיט איראן. מערקעל'ס ווארענונג איז געקומען ביי א זיצונג פון אייראפעאישע פירער אין בולגאריע, וואו מ'האט דיסקוסירט וועגן וויאזוי צו ראטעווען דעם איראן דיעל, און די הויפט אישו יעצט איז, וויאזוי אייראפעאישע ביזנעסער וועלן ווייטער קענען האנדלען מיט איראן און אויסמיידן אמעריקאנער סאנקציעס/שטראפן. מ'האט שוין נעכטן געהערט א ליסטע פון גרויסע אייראפעאישע פירמעס, אריינגערעכנט פראנקרייך'ס "טאטאול" ענערגיע פירמע, וואס סטראשען ארויסצוציען ביזנעס פון איראן, ווייל זיי זוכן נישט באשטראפט צו ווערן דורך אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל