עזה – מיטל מזרח מידיא קוועלער באריכטן, אז די עגיפטישע רעגירונג האט געלייגט גאר שטארקע דרוק אויף דער כאמאס טעראר גרופע אין עזה, אז זיי זאלן אפשטעלן די ווילדע פראטעסטן ביים גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל. די ווארענונג איז געקומען נאך א באזוך פונעם כאמאס פיגור איסמאאיל האניא אין קאירא, וואו ער האט זיך געטראפן מיט עגיפטישע רעגירונג באאמטע. לויט די באריכטן האט עגיפטן געווארנט, אז זיי וועלן זיך נישט ארויסשטעלן צו פארטיידיגן כאמאס, אויב וועט די גרופע אנהאלטן זייערע שריט מיט'ן אנרייצן די פאלעסטינער מאסן ארויסצוקומען פראטעסטירן, און די באריכטן געבן אן אז כאמאס האט זיך דערשראקן, און וועגן דעם האט מען דינסטאג — איין טאג נאך די טויטליכע פראטעסטן מיט צענדליגער טויטפעלער — געזען בלויז מינדערוויכטיגע מארשן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל