וואשינגטאן – די פיאט קרייסלער פירמע האט געמאלדן פאר 4.8 מיליאן אייגענטומער פון אירע פיק-אפ טראקס, ספארט יוטיליטי וויקלס און קארס, נישט צו נוצן דעם קרוז קאנטראל סיסטעם ווייל עס קען זיך מאכן אין זעלטענע אומשטענדן אז ביים נוצן קרוז זאל א קורצשלוס ברענגען אז מען זאל נישט קענען אויסלעשן דעם קרוז קאנטראל סיסטעם. געווענליך פארלעשט מען דעם קרוז קאנטראל דורך געבן א דרוק אויף די ברעיקס, אדער דרוקן דעם אויסלעשן קנעפל, ביי דעם פראבלעם העלפט דאס נישט, כאטש וואס מען קען למעשה אפשטעלן די קאר דורך דרוקן די ברעיקס און דאס אריינשטעלן דעם פיק-אפ טראק אין פארק לעשט אויס דעם קרוז סיסטעם אפילו ווען דער פראבלעם פאסירט. די פירמע וועט פארריכטן דעם פראבלעם דורך א סאפטוועיר אפדעיט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל