תל אביב – מדינת ישראל איז נעכטן געשטעלט געווארן אויף גאר א הויכן אלערט, ווען עס זענען אויפגעכאפט געווארן צייכענעס, אז איראנער קרעפטן אין סיריע גרייטן זיך דורכצופירן א באלדיגע באמבארדירונג אטאקע אויף איזראעלישע צילן. די צייכענעס, וואס פענטאגאן באאמטע האבן אויך געזאגט אז זיי האבן געזען, זענען געקומען פונקט אינמיטן פרעזידענט טראמפ'ס רעדע צו מעלדן אז ער ציט זיך ארויס פונעם איראן דיעל, און די איזראעלישע מיליטערישע אויטאריטעטן האבן געגעבן אנווייזונגען צו עפענען באמבע שעלטערס לענגאויס דעם גולן ראיאן, צו שטיין גרייט פאר מאסן עוואקואציעס אין פאל פון אן אטאקע ה"י. שרייבנדיג די שורות הערט מען איבער איזראעלישע באמבארדירונגען אויף אן איראנער קאנוואאי נעבן דער סירישער הויפטשטאט דמשק.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל