דער מעיאר האט געמאלדן אז ער וויל פארברייטערן דעם פערי-סיסטעם אין ניו יארק סיטי, צו העלפן לינדערן דעם איבערגעשטרענגטן פובליק-טראנספארטאציע סיסטעם.

אין ראם פון דעם פראיעקט, וואס וועט דינען אלס צוגאב-טראנספארטאציע מיטל צום סובוועי און אויטאבוסן, וועט די דעבלאזיא-אדמיניסטראציע ווידמען 300-מיליאן דאלאר איינצוקויפן נייע פערי-שיפן און פאררעכטן און צעברייטערן די האפנס, וואו די פעריס וועלן קענען אפנעמען און אפטראגן אזויפיל ווי ניין-מיליאן פאסאזשירן טעגליך.

די נייע שיפן, וואס וועלן קענען טראגן ביז 350 מענטשן אויפאמאל, זענען דערווארטעט אריינצוקומען אין באניץ ביז'ן יאר 23'.

דער פערי-סיסטעם, וואס פירט שוין יעצט איבער 4.5-מיליאן מענטשן טעגליך, וועט אויך פארברייטערט ווערן מיט'ן דעקן מער געגנטן פון די פינף באראוס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל