די שטאטראט אין סיאטעל, וואשינגטאן, האט באשטעטיגט א נייעם שטייער וועלכע איז באשטימט צו העלפן באקעמפן א פרישן פלייץ פון היימלאזיגקייט, אבער די צוויי מעגא-פירמעס, עמעזאן און סטארבאקס, וועלכע פארמאגן זייערע הויפטקווארטירן אין שטאט, האבן פאשפראכן עס צו באקעמפן.

דער נייער שטייער, וואס איז ערווארטעט צו אריינברענגען א געשאצטע 47 מיליאן דאלער יערליך, וועט גענוצט ווערן פאר פראגראמען צו העלפן היימלאזע.

די שטאטראט בארעכטיגט דעם שטייער, וואס וועלן ארויפגעלייגט ווערן אויף פירמעס באזירט אין סיאטעל, זאגנדיג אז די אנוועזנהייט פון אזעלכע פירמעס טרייבט ארויף די ריעל עסטעיט פרייזן און שטופט מענטשן צו היימלאזיגיקייט.

עמעזאן און סטארבאקס, וועלכע האבן געדראעט מיט מעגליך שניידן זייערע אקטיוויטעטן אין שטאט, האבן ביידע באצייכנט די סטראטעגיע אלס דורכפאל. זיי טענה'ן אז די שטאט האט נישט באוויזן איינצופירן סוקסעספולע פראגראמען צו אדרעסירן ארימקייט פראבלעמען, און דאס ארויפלייגן נייע שטייערן וועט בלויז אוועקטרייבן פירמעס פון דארט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל