וואשינגטאן. – דער אי-קאליי אויסברוך אין ראומעין לעטוס גרינצייג, איז ווארשיינליך פאראיבער, לויט א מעלדונג פון די רעגירונג'ס צענטער פאר דעזיז קאנטראל, און עקספערטן זאגן אז מען קען שוין אנהייבן נאכאמאל עסן די לעטוס אומגעשטערט. פארט אבער גייען ווייטער אן די אויספארשונגען צו דערגיין פונקטליך וואו און וויאזוי דער אויסברוך האט זיך אנגעהויבן, ווייל עס איז דערווייל זייער אומקלאר. אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן די דעקלעראציע איבער ראומעין לעטוס, נאכדעם וואס זיי האבן פעסטגעשטעלט אז די לעטוס וואס זענען געוואקסן אין יומא, אריזאנע, פון וואו דער אויסברוך פון אי-קאליי איז ווארשיינליך געקומען, זענען שוין נישטא צו באקומען אין געשעפטן איבער'ן לאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל