טענעסי – אויספארשער האבן געטראפן באווייזן איבער א סייבער אטאקע אויף א וועבסייט פון טענעסי קאונטי'ס עלעקשאן אויטאריטעטן, וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך א קאמפיוטער אין אוקראינע. דאס האט פאסירט בשעת די עלעקשאן אויטאריטעטן אין טענעסי האבן געציילט אפגעגעבענע שטימען אין אן ארטיגע פריימערי, און פונקט אינמיטן, ווען פילע לאקאלע איינוואוינער זענען ארויפגעקומען צום וועבסייט פון די עלעקשאן אויטאריטעטן, וועלנדיג זען לעבעדיגערהייט די רעזולטאטן און ציפערן, האט דער וועבסייט געקראכט. מען האט קודם געמיינט אז דער וועבסייט האט געקראכט צוליב צו פיל באזוכער, אבער אן אויספארשונג דורך א לאקאלע סייבער זיכערהייט פירמע האט געפונען, אז א גרויסע צאל פון די באזוכער זענען געווען פון אויסלענדישע אינטערנעט אדרעסן, בעיקר פון אוקראינע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל