קאליפארניע – די שטאט לאס אנדזשעלעס איז באקאנט פאר אירע רייכע הייזער, מיליאנערסקע איינוואוינער, לוקסוריעזע אויטאס און אנדערע באקוועמליכקייטן און פארגעשריטנקייט, וואס דער אזוי-גערופענער "אמעריקאנער טרוים" שטעלט מיט זיך פאר – אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז "שפאצירן" לעצטנס געווארן א טייערער ארטיקל אין ארטיגע ריעל עסטעיט. אן אינטערעסאנטע אנאליז אינעם "וואל סטריט זשורנאל" ברענגט ארויס, אז אין די לעצטערע יארן האבן ריעל עסטעיט סוחרים אין לאס אנדזשעלעס זיך באגעגנט מיט א נייעם סארט פארלאנג פון מענטשן וואס זוכן צו קויפן הייזער דארט. זיי זוכן נישט אזוי ווייט וועלכע הויז ס'האט א גרעסערן שווים באסיין, אדער וועלכע ווילא ס'האט שענערע טירן, נאר זיי ווילן פשוט וויסן צי זיי וועלן קענען גיין צופיס צו נאענטע שפייז-געשעפטן און אנדערע פובליק איינריכטונגען – וואס דאס איז דוקא א זאך וואס איז שווער צו באקומען אין די רייכערע געגנטער, וואו מען וואוינט מער אויסגעשפרייט און איינזאמליך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל