די דעמאקראטישע פארטיי אין ניו יארק וועט ביי איר בעפארשטייענדע קאנווענשאן דורכפירן א רעזאלוציע, וועלכע רופט געזעצגעבער צו לעגאליזירן דאס באנוץ פון מאריכואנא, וועמענס באניץ און פארקויפן איז פארבאטן דורך דער פעדעראלער רעגירונג אבער איז אין די לעצטע יארן לעגאליזירט געווארן דורך א צאל שטאטן איבער'ן לאנד.

גאווערנער קאומא האט ביז לעצטנס זיך קעגנגעשטעלט די לעגאליזאציע פון מאריכואנא, זאגנדיג אז עס מוטיגט באנוצער צו פרובירן אנדערע, מער-ערנסטע דראגס, אבער האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק געשטעלט א קאמיסיע וועלכע זאל באטראכטן די מעגליכקייט פון לעגאליזירן דעם סובסטאנץ, און די קאמיסיע-מיטגלידערס ווערן ערווארטעט צו מעלדן זייער באשלוס קומענדיגע וואך.

דער גאווערנער קומט אונטער דרוק צוליב דעם וואס זיין אפאנענט, סינטיע ניקסאן, רופט אין די עפנטליכקייט פאר דער לעגאליזאציע פון מאריכואנא, זאגנדיג אז דאס ווערט ערלויבן צו באפרייען טויזנטער ארעסטאנטן וועלכע זיצן אין טורמע צוליב מאריכואנא פארקויף. ניקסאן ווייזט אויך אן אויף דעם פאקט וואס מאריכואנא ווערט יעצט לעגאליזירט אין די שכינות'דיגע מאסאטשוסעטס און ניו זשערזי, און ניו יארק פארלירט דערמיט א וואקסנדע עקאנאמישע מארקעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל