וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן איבערראשט דאס לאנד, ווען ער האט געמאלדן אז מעדיצין פירמעס וועלן אין די גאר נאנטע טעג מעלדן אז זיי פירן דורך מאסיווע שניטן אין די פרייזן פון מעדיצינען. דאס רעדוצירן די פרייזן פון מעדיצינען, איז א הויפט פריאריטעט פון טראמפ, נאך פונעם קאמפיין סעזאן, ווען ער האט פארשפראכן צו לייגן דרוק און צווינגען די פירמעס דאס צו טאן – אבער ווי עס זעהט יעצט אויס פון טראמפ'ס מעלדונג, האט ער באוויזן צו ברענגען די פירמעס עס צו טאן וואלונטיריש. טראמפ האט געזאגט "איר גייט האבן גאר גרויסע נייעס, די גרויסע פירמעס, גייען מעלדן א מאסיווע שניט אין פרייזן".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל