דזשארדזשיע – "וואס האבן זיי געטראכט?", איז זיכער די פראגע וואס ווערט געפרעגט דורך אלע מאטאריסטן וועלכע פארן אריבער א גאר נידריגן בריקל וואס אויטאריטעטן האבן לעצטנס איבערגעבויעט אין סמירנא, דזשארדזשיע. דאס איבערבויען די בריק, איז געווען טייל פון א סימבאלישער פראיעקט צו פרעזערווירן די היסטאריע פונעם אמעריקאנער בירגער קריג אין דער סטעיט, וואס אין יענע יארן האט עס עקזיסטירט אלס א קליינע האלצערנע בריק און איז פארברענט געווארן אלס רעזולטאט פון איינע פון די שלאכטן. למעשה איז די בריק נישט מער ווי 7 פיס הויך, ווייל מ'האט געוואלט נאכמאכן אויטענטיש די אלטע בריק, און דאס האט שוין געפירט צו פינף אינצידענטן וואו הויכע טראקס און ווענס האבן אריינגעקראכט אינעם דאך פון דער בריק.

די לאקאלע אויטאריטעטן זאגן אז זיי ארבעטן מיט דזשי-פי-עס פירמעס צו זען, צי מען קען צושטעלן אז ווען עמיצער וועלט זיך אויס דעם וועג, זאל אים ארויפקומען א ווארענונג אז ס'איז דא א נידריגע בריק אויפן וועג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל