וואשינגטאן – די דעמאקראטן האבן באוויזן נעכטן יא אנטיילצונעמען ביי דער ספעציעלער יוסטיץ דעפארטמענט זיצונג, וואו א גרופע קאנגרעסלייט זענען געצייגט געווארן אינפארמאציע איבער פרעזידענט טראמפ'ס באשולדיגונג אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט שפיאנירט אויף זיין קאמפיין פאר פאליטישע סיבות. אריגינעל זענען די דעמאקראטן נישט געלאדנט געווארן, און נאך א שטורעם האט דער יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן א באזונדערע זיצונג פאר דעמאקראטישע קאנגרעסלייט. אבער דאס האט נאך אלץ נישט צופרידנגעשטעלט די דעמאקראטן, וועלכע האבן געזאגט אז מ'וועט זיי צייגן אנדערע זאכן ווי וואס מ'צייגט פאר די רעפובליקאנער – און דאן האט זיך די יוסטיץ דעפארטמענט געבראכן, און דעמאקראטישער קאנגרעסמאן עדעם שיף איז געווען אויך ביי דער רעפובליקאנער זיצונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל