וואשינגטאן – פרישע סטאטיסטיקס צייגן, אז אין לויף פונעם יאר 2017 למספרם זענען געווען אזויפיל ווי 4.2 מיליאן אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס אויף טוויטער, צווישן די טריליאנען מעסעדזשעס וואס מענטשן האבן געשריבן אין לויף פונעם יאר. רוב פון די אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס האבן זיך באצויגן איבער באשולדיגונגען אז אידן זענען קרימינאלע פארשוינען, און אויך זענען געווען מעסעדזשעס איבער די אלטע אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס, אז אידן זענען אין קאנטראל פון אלע וועלט'ס רעגירונגען און פון דער אמעריקאנער מידיא. באזונדער האבן ארויסגעשטארט מעסעדזשעס פון האלאקאוסט לייקענונג, און א גרויסער פראצענט פון די מעסעדזשעס האבן אויך געצילט דזשארדזש סאראוס, דער אידישער ליבעראלער ביליאנער, מיט אנטיסעמיטישע עפיטעטן און סלאגאנען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל