באצייכענדיג דעם פרעזידענט ווי אן אמת'ן אוהב ישראל, האט דער רב פון דער גרעסטער אידישער קהילה אין אוקראינע פארפאסט א ספעציעלע תפילה לטובת פרעזידענט טראמפ.

הרב משה אזמאן, רב אין דער 'בראדסקי' שול, וואס געפינט זיך אין דער הויפטשטאט קיעוו, האט אויפ'ן וועבסייט פון דער שול ארויפגעשטעלט א צוגעשניטענע ווערסיע פון דער 'הנותן תשועה למלכים' תפילה ספעציעל פאר פרעזידענט טראמפ.

הרב אזמאן האט דערביי צוגעשריבן א נאטיץ, אין וועלכן ער פאדערט אויף "אלע מיטגלידערס פון דער קהילה, און אלע אידן פון קיעוו און אוקראינע, צו זאגן די תפילה און מתפלל זיין פאר דער הצלחה פון פרעזידענט טראמפ," וועלכער איז, ווי דער רב ווייזט אן, "אן אויפריכטיגער ידיד פאר ארץ ישראל און אוקראינע."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל