עטליכע וואכן פון שטורמישע פראטעסטן אין ארמעניע האבן געברענגט דראמאטישע רעזולטאטן, ווען דער ארמעניער פארלאמענט האט באשטימט דעם אנפירער פון די פראטעסטן אלס פרעמיער מיניסטער, צו ערזעצן דעם ביז יעצטיגן פרעמיער מיניסטער וועלכער האט רעזיגנירט פון אמט אין ליכט פון די פראטעסטן.

די געזעצגעבער האבן געשטימט מיט אן איבערוויגנדע מערהייט פאר בעניקאל פעשיניאן, א לאנגיעריגע אויסגעשפראכענע אפאזיציע פיגור און קעמפער קעגן קארופציע, וועלכער האט אין די פארגאנגענהייט געדינט א טורמע טערמין צוליב זיינע אפאזיציאנערע אקטיוויטעטן.

די נייעס האט געברענגט א פלייץ פון פרייד און ענטוזיאזם איבער ארמעניע, און הונדערטער טויזנטער זענען ארויס אין די גאסן פייערן די געשעעניש, וועלכע ווערט געזען אלס א ווענדפונקט אין ארמענישע היסטאריע און ברענגט א כוואליע פון האפענונג פאר א רעפארמירטע דעמאקראטישע רעגירונג ריין פון קארופציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל