מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, האט איינגעלאדנט פאמיליעס און יורשים פון אידישע פארטיזאנער, וועלכע האבן געשפילט א ראלע אינעם אויפשטאנד אין טרויעריג-בארימטן סאביבאר טויט לאגער קעגן די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג. פוטין האט געלאדנט צוועלף מענטשן, צו קומען אנטיילנעמען ביי א ספעציעלער פאראדע אין מאסקווע, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן מיטוואך, אפצוצייכענען נאך א יארטאג פון ווען די סאוועטישע ארמיי האט באזיגט די נאציס ימ"ש. דער אויפשטאנד אין סאביבאר איז דורכגעפירט געווארן דורך א קליינע גרופע אידן, וועלכע האבן אומגעברענגט 11 נאציס און באוויזן צו באפרייען 300 פון די העפטלינגען אינעם לאגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל